פאריזער קלוב
מראה
דער פאַריזער קלוב (פראַנצויזיש: Club de Paris) איז אן אומפארמעלע גרופע פון פינאנץ־באאמטע פון 21 לענדער וואס זענען פון דער וועלטס גרעסטע עקאנאמיעס.[1] דער קלוב פארזארגט געוויסע פינאנסיעלע דינסטן, מסדר זיין די חובות פון פארחובטע לענדער און זייערע קרעדיטארן.
דער קלוב קומט צוזאמען יעדע זעקס וואכן אין דעם ביורא פונעם פראנצויזישן מיניסטעריום פון עקאנאמיק און פינאנץ אין פאריז. דער פארזיצער איז א הויפט באאמטער פונעם פראנצויזישן אוצר, היינט ראמאן פערנאנדעז.
די שטענדיקע מיטגלידער זענען: אויסטראליע, איטאליע, אירלאנד, בעלגיע, דייטשלאנד, דענמארק, האלאנד, יאפאן, ישראל, נארוועגיע, עסטרייך, דאס פאראייניגטע קעניגרייך, די פאראייניגטע שטאטןפינלאנד, פראנקרייך, קאנאדע, רוסלאנד, שווייץ, שוועדן און שפאניע.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ "Israel joins Paris Club of rich creditor nations", AP, Business Week (24 June 2014). דערגרייכט דעם 24סטן יוני 2014.